גרויס אויפברויז נאכ'ן געפונען פארלאזטע "שמות טראקס" אין חרדי'שע געגנטער

- "בית גניזה עולם" שע"י "וועד למשמרת השמות" וועט גונז זיין די שמות -

 

ברוקלין. - דער חרדי'שער ציבור בכלל און תושבי ברוקלין בפרט זענען געווען גאר אויפגעברויזט אין די פארגאנגענע וואך, ווען מ'האט געפונען עטליכע פארלאזטע טראקס אין עטליכע חרדי'שע געגנטער, וואס האט אנטהאלטן אין זיך צענדליגער שאכטלען און זעקלעך מיט שמות, וואס אומ'אחריות'דיגע "שמות קאלעקטארס" האבן פארלאזט אויף הפקר.

די ערשטע פרשה איז באקאנט געווארן נאכדעם וואס פארגאנגענעם מיטוואך צופרי האט אן איינוואוינער אין בארא פארק אנגערופן צום אפיס פון אסעמבלימאן דוב הייקינד, און איינגעמאלדן אז אויף זיין גאס געפינט זיך א טראק וואס שטייט שוין דארט פון בעפאר פסח און די איינוואוינער ווייסן נישט וועמענס דאס איז און דאס רופט ארויס א שרעק.

דער אסעמבלימאן האט אראפגעשיקט איינעם פון זיינע שטאב מיטגלידער צו אונטערזוכן דעם טראק, און ווען יענער איז אנגעקומען האט ער געזען דעם טראק מיט לייסענס פון אן אנדערע סטעיט, אויפ'ן פענסטער איז געווען אנגעזאמלט עטליכע פארקינג טיקעטס, אבער די גרעסטע שאק האט ער געכאפט ביים עפענען דעם באקס פונעם טראק: אינווייניג האט ער געטראפן צענדליגער שאכטלען און זעקלעך אנגעפילט מיט שמות.

אסעמבלימאן דוב הייקינד האט געזאגט מיט קענטיגע אויפברויז: "דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס שווינדלער טוען אפ אזא שטיקל. מענטשן ברענגען זייערע שמות ווייל זיי ווילן דאס גונז זיין כהלכה אבער זיי ווייסן נישט פאר וועמען זיי האבן דאס איבערגעגעבן. דאס איז א "קעש-און-קערי" ביזנעס און איז זייער פאסיג פאר שווינדלער. ס'איז א שטארקע שאנדע".

דער אסעמבלימאן האט פארשפראכן זיך אריינצולייגן און ארבעטן אינאיינעם מיט לאקאלע לאו-ענפארסמענט אגענטורן צו דערגיין ווער ס'איז פאראנטווארטליכט פאר דעם טראק.

אין די נאכפאלגנדע טעג האט מען געטראפן אנדערע פארלאזטע "שמות טראקס" אין וויליאמסבורג, פלעטבוש, און אין אנדערע חרדי'שע געגנטער אין ניו יארק, ווי ס'איז שוין גוט באקאנט ביים ברייטן ציבור.

די שטאטישע אינסטאנצן האבן זיך פארבינדן מיט'ן אפיס פון "בית גניזה עולם" שע"י "וועד למשמרת השמות" - וואס האט אין די לעצטע פאר וואכן אריינגעברענגט אסאך שינויים לטובה אינעם ענין פון שמות גניזה - און אויסגעארבעט אז די "בית גניזה" זאל דאסמאל איבערנעמען די טראקס און דאס גונז זיין אין זייער נייע אפגעקויפטע שטח אין די מאונטענס, כדי ס'זאל קומען לגניזה אזוי ווי די הלכה פארלאנגט.

דער "וועד למשמרת השמות" האט אויסגעדרוקט זייער טיפע דאנקבארקייט פאר'ן אפיס פונעם אסעמבלימאן דוב הייקינד, און אויך פאר די חשוב'ע "מתעסקים" ארגאניזאציע און די אנפירער פון "די וואך" אויסגאבע, וועלכע האבן געהאט א חלק אין ברענגען די שמות לגניזה בדרך כבוד.

***

די "וועד למשמרת השמות" איז געגרינדעט געווארן דורך חשוב'ע גבאים און שמשים פון מערערע קהלות אין אמעריקע, און שטייט אין שפיץ פון הרב יוסף שווארטץ שליט"א אב"ד ור"מ פראג, און אונטער די השגחה פון "התאחדות הרבנים" און די "או-יו".

נאך עטליכע זיצונגען וואס דער "וועד" האט אפגעהאלטן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס זענען דא פינף הויפט פראבלעמען אינעם פעלד פון שמות: 1) צו באגראבן שמות אין דער ערד איז א פעדעראלע פארלעצונג לויט די ענווייראנמענטאלע פארשריפטן, 2) ס'האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט אז רוב שמות קומט אן אין די גרויסע "לענדפיעלדס" און קומען בכלל נישט אן צו גניזה צוליב די געוואלדיגע הפקירות פון די אומ'אחריות'דיגע שמות קאלעקטארס שוין לאנגע יארן, 3) יעדעס יאר איז דא מער און מער שמות, פון פארשידענע תורה צעטלעך, אלטע ספרים וואס ווערן ערזעצט מיט נייערע דפוסים, קונטרסים פון דרשות, וכדומה, 4) ס'איז נישט מעגליך אז א שמות ביזנעס זאל זיך קענען אליין אויסהאלטן, צוליב די גרויסע הוצאות מיט וואס דאס איז פארבינדן, 5) יעדעס יאר נאך פסח הערט מען די הימלשרייענדע חילול ה' פון פארלאזטע און אוועקגעווארפענע שמות, וואס דאס ווערט ליידער אויך געדעקט אין די גוי'אישע מידיא.

נאכ'ן זיך דורכרעדן מיט גדולי הרבנים ופוסקי הוראה שליט"א, איז דער וועד אויפגעקומען מיט'ן ערשטן געניאלן המצאה, אז מ'וועט אנהייבן בלויז גונז צו זיין שמות לויט ווי די הלכה ערלויבט, און נישט מקבר זיין. מיט דעם איז צושטאנד געקומען דער ערשטער דורכברוך אינעם ענין פון כבוד השמות, אז ס'זאל זיין אן אויסגעהאלטענע פלאץ פאר די שמות, סיי עפ"י הלכה און סיי לויט די דינא דמלכותא.

דאן האט דער וועד זיך אראפגעזעצט באהאנדלען דעם אנגייענדן פראבלעם פון די הפקירות'דיגע שמות טראקס, און מ'איז אויפגעקומען מיט עטליכע רעקאמענדאצעס צו קענען בעז"ה אריינברענגען א גענצליכע שינוי לטובה אין דעם געביט: 1) יעדע שמות טראק זאל דארפן זיין אפיליאירט מיט א קהלה, אזוי אז די ראשי הקהלה זאלן וויסן ווער ס'איז דער אחראי פון דעם טראק און חוקר ודורש זיין וואו די שמות וועלן נגנז ווערן. 2) יעדע שמות טראק זאל דארפן האבן כאטשיג איין פראמינענטע הכשר. 3) יעדער שמות קאלעקטאר זאל דארפן האבן אן אייגענע שטח צו גונז זיין די שמות, אדער זיין אפיליאירט מיט א שטח וואס איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן וועד. 4) יעדער שמות קאלעקטאר זאל דארפן ארויפלייגן אויפ'ן טראק און האבן צו די הענט דעם בריוו פונעם בעל מכשיר, א בריוו פונעם "וועד למשמרת השמות", און א באשטעטיגונג פון די קהלה.

די רעקאמענדאציעס זענען געברענגט געווארן פאר די ראשי קהלה, רבנים, און להבדיל פאליטישאנס, און אלע ווי איינער האבן דאס אויפגענומען מיט שטארקע צופרידנהייט און ענטוזיאזם און אויסגעדרוקט זייער צופרידנהייט אז ענדליך ווערט געטון ממשות'דיגע שריט צו פארמיידן בזיון השמות.