שמחה אין אידישע וועלט מיט אפקויף פון שטח פאר "שֵׁמוֹת" לגניזה 

א גרויסע שמחה הערשט אין די אידישע וועלט, מיט'ן הערן די נייעס אז די פירער פון "בית גניזה עולם" האבן אין די טעג אפגעקויפט א ספעציעלן שטח, צו קענען באהאלטן די "שֵׁמוֹת" בדרך כבוד אויף א באזונדערן אפגעהיטן ארט.

"בית גניזה עולם" איז א רעלאטיוו-נייע ארגאניזאציע, א פליגל פון "וועד למשמרת השמות", וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה פון הרבנים הגאונים שליט"א, ובפרט די "התאחדות הרבנים", און ווערט געפירט דורך הרב יוסף שווארטץ שליט"א אב"ד ור"מ פראג.

די הנהלה פון "בית גניזה עולם" האט באשלאסן אפצוקויפן א ריזיגן שטח אין די "ליבערטי" געגנט אין די קעטסקילס, וואו דאס פלאץ איז מוקדש געווארן בלויז פאר דעם איינעם צוועק פון גונז זיין די הייליגע שֵׁמוֹת בדרך כבוד. דאס איז דאס ערשטע מאל אין די אידישע היסטאריע וואס א שטח ווערט מוקדש בלויז פאר שֵׁמוֹת.

די אויפטוה פונעם נייעם "בית גניזה עולם" איז דוכט זיך איבריג צו באשרייבן, אבער דאך איז כדאי דאס איבערצוגיין אויפ'ן שפיץ גאפל.

ביז היינט פלעגט מען ליידער אסאך שֵׁמוֹת אוועקווארפן, און די שֵׁמוֹת וואס מענטשן האבן געגעבן פאר די שמות קאלעקטארס מיט'ן ריינעם כוונה אז דאס זאל אנקומען לגניזה, איז ליידער אנגעקומען אין לענדפילס אדער אין בעסטן פאל איז עס באגראבן געווארן שלא כהלכה און קעגן די רעגירונג'ס פארשריפטן און מ'האט דאס ליידער געמוזט אויפגראבן, ווי ס'איז שוין עטליכע מאל געווען באריכטעט אין די פארגאנגענע חדשים.

נאכדעם וואס די לאקאלע רעגירונג אין לעיקוואוד ניו דזשוירזי האט געהייסן אויפגראבן א ריזיגן קוואנטום פון שֵׁמוֹת וואס איז נישט געווען באגראבן לויט די פארשריפטן, האבן די עסקנים געהויבן הענט און געזאגט אז ס'איז נישטא מער וואס צו טון אין דעם ענין.

אבער די גרינדער פון "בית גניזה עולם" האבן זיך שטארק אריינגעלייגט דערין, און אין די לעצטע פאר חדשים איז אויסגעארבעט געווארן אפצוקויפן דעם שטח און עס אויסארבעטן אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן סיי עפ"י הלכה הונדערט פראצענט און סיי לויט די לעגאלע פארשריפטן. מ'איז דורכגעגאנגען יעדן שריט מיט די חשוב'ע רבנים הגאונים שליט"א פון די "התאחדות הרבנים", ווי אויך להבדיל מיט די רעגירונג, צו פארזיכערן אז מ'קומט נאך אלע פארשריפטן און אלעס ווערט געטון לויט'ן געזעץ.

די "וועד למשמרת השמות" האט נישט געשפארט קיין געלט און קיין מיה, ביז מ'האט געטראפן דעם פאסיגן ארט פאר דעם צוועק, וואס געפינט זיך ווי געזאגט אין ליבערטי, און דער פלאץ קען געזען ווערן ווען מ'באזוכט אין די הרי הקעטסקילס.

די שֵׁמוֹת פונעם "בית גניזה עולם" ווערט באהאנדלט דורך בחורי חמד אין א דערנעבנדיגע ישיבה, וועלכע געבן זיך אפ מסדר צו זיין די שֵׁמוֹת און דאס סארטירן אויף אן אופן אז דאס פלאץ זאל קענען פארנעמען ווי מער.

יעצט אז ס'איז שוין דא א געהעריגע אויסגעהאלטענע וועג גונז צו זיין די הייליגע שֵׁמוֹת, איז ערווארטעט אז קהלות און שֵׁמוֹת קאלעקטארס וועלן זיך באנוצן מיט דעם "בית גניזה עולם" און זיכער מאכן אז אלע שֵׁמוֹת קומט אן אהין, וואו ס'ווערט באהאנדלט בכבוד הראוי. דער "בית גניזה עולם" איז געאייגנט אויך פאר יחידים, און זיי זענען אויסגעשטאט צו קענען באהאנדלען פון א גרויסן טראק ביז א קליין באקסל.